מילים
א ריכטער - שופט פרומע - דתי
פארקנסט - מאורס עלטערן - הורים
שטאמט - מוצא (מקום) שוויגער - חמותי
טאכטער - בת גאט צו דאנקען - ברוך השם
זייט געזונט - תהיה בריא אין א וואך ארום - בעוד שבוע
א טאג - יום צו פיל - יותר מדי
צענטל - עשירית זעכציק -- שישים
קומט אהער -- בוא הנה אנקלינגען - להתקשר
רוקט זיך אפ - תתרחק איבערגעפאלן - תקפו
מיר זיינען מיד - אנחנו עייפים נאטירלעך - כמובן
וויץ
ביינאכט וועקט אויף א פרוי איר מאן:
שטיי אויף! איך האב דיר איבערצוגעבן זייער א שלעכטע בשורה, אבער ווייסט וואס, איך וועל שוין צוווארטן ביז פרי, ווייל אנדערש וועסטו א גאנצע נאכט נישט קאנען קיין אויג צומאכן.
תרגום
בלילה מהעירה אשה את בעלה:
תקום, יש לי בשורה רעה, אבל אתה יודע מה, אני אחכה עד הבוקר, אחרת לא תישן כל הלילה.
ביטויים
עס שיטן זיך פערל פין זיין מול
תרגום - פנינים יוצאים מפיו
בעסער רעדן מיט א יידענע און טראכטן וועגן גאט איידער רעדן מיט גאט אין טראכטן וועגן א יידענע
תרגום - יותר טוב לדבר עם אשה ולחשוב על אלוהים מאשר לדבר עם אלוהים ולחשוב על אשה.
דיין מזל גאט, וואס דו וווינסט אזוי הויך, אניט וואלט מען דיר די פענצטער אויסגעזעצט
תרגום - מזלך אלוהים שאתה גר גבוה, אחרת אנשים היו שוברים לך את החלון.
וועגן א ביסל בוימל מאכט מען אזא גרויסן יום טוב.
תרגום - בשביל מעט שמן עושים חג גדול
די עלטערן זיינען שוין ניט קיין יונגע מענטשן
תרגום - ההורים כבר אינם אנשים צעירים
א בהמה האט א לאנגע צונג אין קען קיין ברכה זאגן
תרגום - לבהמה יש לשון ארוכה שאינה יכולה לומר ברכה
ביטוי בהשאלה
ווער ס'מאנט זיך ירושה געלט, קען באצאלן קבורה געלט
תרגום -- מי שתובע דמי ירושה, עלול לשלם דמי קבורה
חמדנות יתר עשויה שלא להשתלם
יידל מיטן פידל
איבער פעלדער וועגן
אויף א וואגן היי
מיט זון און ווינט און רעגן
פארן קלעזמר צוויי
א חידוש אוי א חידוש
זאג ווער זענען זיי
יידל מיטן פידל
אריה מיטן באס
דאס לעבן איז א לידל
טא וואס זשע זיין און כעס
היי יידל פידל שמידל
היי דאס לעבן איז א שפאס
א ציג שטיט אויף דער לאנקע
און מעקעט טרויעריק מע
היי דו ציג די שוטה
טרויעריק זיין איז פע
שאקלט ער דאס בערדל
טאקע טאקע פע
יידל מיטן פידל
אריה מיטן באס
דאס לעבן איז א לידל
טא וואס זשע זיין אין כעס
היי יידל פידל שמידל
היי דאס לעבן איז א שפאס
א פויגל פליט גוט מארגן
גוט מארגן א גוט יאר
דער טרויער און די זארגן
צו אלדע שווארצע יאר
דעם ווינט א לאך אין פנים
און יידל יידל פאר
יידל מיטן פידל
אריה מיטן באס
דאס לעבן איז א לידל
טא וואס זשע זיין אין כעס
היי יידל פידל שמידל
היי דאס לעבן איז א שפאס