תרגיל
חברו משפטים
אנגענעם נחמד געפינט למצוא
זארג לדאוג ס'קען זיין בעסער יכול להיות יותר טוב
פארט געזונט סע לשלום קען מאל נישט אף פעם
א יאר שנה קיין מאל נישט אף פעם
היינט היום פערטל שעה רבע שעה
אין דער פריי בבוקר דאס איז ווייניק זה מעט
טוייזנט אלף צוויי הונדערט מאתיים
וואס איז די מעשה מה העניין? באלד מייד
אנקומען יגיעו איבערגעפאלן תקפו
פארבלאנדושעט - תעינו בדרך לעבן על יד
וויץ
אין א רעסטאראן רופט זיך אפ דער מאן צו זיין פרוי--
ווען נישט די 10 שקעל, וואט איך האב געפונען אין דער זופ, וואלט דאס גאנצע עסן נישט ווערט געווען אפילו א גראשן.
ביטויים
טו אן א חזיר א שטריימל, וועט ער ווערן ר'ב?
תרגום - מלבישים לחזיר שטריימל, האם זה יעשה אותו רב?
וייז א חזיר א פינגער וויל ער די גאנצע האנט
תרגום - תראה לחזיר אצבע הוא רוצה את כל היד
אז מען גיט דעם טייוול א האר וויל ער די גאנצע בארד
תרגום - נותנים לשטן שערה הוא רוצה את כל הזקן
אז גאט האט געטיילט דעם שכל ביסטו געשלאפן
תרגום: שאלוהים חילק את השכל אתה ישנת
ווו מען דערף האבן מוח העלפט ניט קיין כוח
תרגום - כאשר אתה זקוק למוח לא עוזר הכוח.
ביטוי בהשאלה
קריך מיר נישט אויפן בוידעם און צעברעך מיר נישט דעם לייטער
תרגום-- אל תטפס לעליית הגג ואל תשבור לי את הסולם
בהשאלה: אל תעשה לי טובות ואל תגרום לי נזקים
מיין שטעטעלע בעלז
אז איך טו מיר דערמאנען
מיינע קינדערשע יארן
פונקט ווי אין א חולם
זעט דאס מיר אויס
ווי זעט אויס דאס הייזעלע
וואס האט אמאל געגלאנצט
צי וואקסט נאך דאס ביימעלע
וואס איך האב פארפלאנצט?
רעפ: פזמון
אוי, אוי אוי בעלז, מיין שטעטעלע בעלז
מיין היימעלע ווו איך האב
מיינע קינדערשע יארן פארבראכט
בעלז, מיין שטעטעלע בעלז
אין ארעמען שטיבעלע
מיט אלע קינדערלעך דארט געלעכט
אוי, יעדן שבת פלעג איך לויפן
מיט אלע יינגעלעך צוגלייך
צו זיצן אונטער דעם גרינעם ביימעלע
ליינען ביי דעם טייך
אוי אוי אוי בלעז
מיין היימעלע ווו כ' האב געהאט
די שיינע חלומות א סך
דאס שטיבל איז אלט
באוואקסן מיט מאך
דאס שטיבל איז אלט
אין פענצטער קיין גלאז
דאס שטיבל איז אלט
צעבויגן די ווענט
איך וואלט שוין זיכער
דאס ווידער ניט דערקענט
https://www.youtube.com/watch?v=kbmI1JZw6e4