יום ראשון, 7 בפברואר 2016












חברו משפטים

אומעטיקס   עצוב                         וויינענדיקס    דמעות

גראבער      מחוספס                      סטרונע          מחרוזת (נגינה)

איבעריקע   אחר                           טרויעריק      עצוב

די קומענדיקע  וואך  בשבוע הבא    נעכטן    אתמול

א האלבע שעה   חצי שעה              איך וועל קומען   אני אבוא

וויפלעטר איז היינט  מה התאריך היום       שרייט    צועק

איך אייל זיך   אני ממהר                 ווייזט מיר   תראה לי

פראבלעם    בעיה                          א דאנק    תודה

אונדז      לנו                                  ס'איז ניט גוד  זה לא טוב

א באנק    בנק                                העלפן    לעזור


ווייל א באבע איז אזוי

שניאור וואסערמאן


די באבע קרעכצט, ווען קרעכצט זי נישט?
היינט - ווייל ס'טוט איר וויי דער קריזש.

נעכטן האט זי געקרעכצט פאר דאס,
ווייל כ'האב צעקלאפט די נאז,

צום מיינסטן קרעכצט זי איבער מיר
אוי, ווי האלט מען אויס פון דיר?

ס'איז נישט קיין קינד, נאר א שד!
און אין דער פרי - איך ליג אים בעט

קושט זי מיך, גלעט זי מיך.
און גיט א קרעכצל, אזוי, אין זיך...

קום איך פון דער שול צו גיין,
איז "מיר זאל זיין פאר דיין געביין

נאר וויל איך מיך צעזינגען הויך,
קרעכצט זי ווידער: "ער שפאלט דעם מוח..."

וויין איך, איז אוודאי - "אוי,
דער תכשיט מאכט מיך אלט און גרוי

קרעכצט די באבע ביי יעדער זאך:
פאר וואס איך וויין, פאר וואס איך לאך

פאר וואס איך טאנץ, פאר וואס איך לויף,
פאר וואס איך שטיי גאנץ פרי נישט אויף,

און גלאט א קרעכצל: "ווי" און "אוי"---
ווייל א באבע איז אזוי.


ביטויים

ער האט א קאץ אין קאפ

יש לו חתול בראש


ווען ער צוויי מאל אזוי קלוג, וואלט ער געווען א גולם

אם היה כפול בחכמה היה יכול להיות גולם


ביי נאכט זענען אלע קי שווארץ

בלילה כל הפרות שחורות


אז גאט וויל שטראפן אן אפיקורס גיט ער אים א פרום ווייב

שאלוהים רוצה להעניש אפיקורס נותן לו אשה דתיה


ער שווימט אין ים התלמוד

הוא שוחה בים של תלמוד



ביטויים בהשאלה

אלץ אין איינעם איז נישטוא ביי קיינעם

תרגום ---הכל יחד, אין לאף אחד

בהשאלה ---גם יפה, גם עשירה, גם בריאה, גם צעירה, והעיקר שתרצה אותי! מישהו מכיר?




א מיידעלע פון תל אביב

אויף דער גאנצער וועלט געווען
בין איך און אלץ פראבירט
מיידלעך אלערליי געזען
און ליבעס אויך געפירט
נאר די שענסטע האב איך אין 
תל אביב געפינען
און אויב זי וועט נישט מיינע זיין
וועל איך אראפ פון זינען

רעפריין

כ'האב ליב א מיידעלע פון תל אביב
זי איז אריין צו מיר אין הארצן טיף
און אירע שיינע אייגן
צוויי שטראלן מען דערזעט
פונקט ווי א רעגנ-בויגן
ווען די זון פארגייט
כ'האב ליב א מיידעלע פון תל אביב
זי איז אריין צו מיר אין הארצן טיף
און זי וועט בלייבן אין זיכרון
שוין אויף אלע מיינע יארן
כ'האב ליב א מיידעלע פון תל אביב

כאטש די סאברעס זענען שיין
און שטעכיק ווי א שפיז
האבן זיי א ים מיט חן
און זענען צוקער זיס
כ'בין מוחל אייך די שיקסעס דארט
מיט זייער רייד צוזאמען 
ווייל א סאברע איז דאך פארט
געראטן אין מיין מאמען



https://www.youtube.com/embed/LPTp4KEoyKs?rel=0

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה