תרגיל
חברו משפטים ביידיש מהמילים הנמצאות מטה:
אים -- אותו סיקען זיין - יתכן, יכול להיות
פאר וואס ניט -- למה לא נישט פאר וואס --אין בעד מה
ביסל --קצת א טאקסי סטאנצע --תחנת מוניות
אויפן ראג --קרן הרחוב קראנק --חולה
מיר צוגעגנבעט -- גנבו לי שליסל -- מפתח
נא לתרגם ביידיש את פירוש המשפט (בהשאלה)
א קלאפ פארגייט א ווארט באשטייט
כאב מכה חולף, מילה נשארת
(בהשאלה) אמירה נגד עלבון, שהרי כאב מכה חולף אך עלבון, לעולם צורב
פיתגמים ביידיש
1. א הונט שיקט מען ניט אין יאטקע אריין
כלב לא שולחים לקצב
2. שטעק ניט דעם קאפ צום וואלף אין מויל אריין.
לא דוחפים את הראש לפה של הזאב
3. מיט א לעפל קען מען דעם ים ניט אויסשעפן
עם כף לא ניתן לרוקן את הים
אויפן פריפעטשיק
אויפן פריפעטשיק ברענט א פייערל
און אין שטיב איז הייס
און דער רבי לערנט קליינע קינדערלעך
דעם אלף-בית
רעפרען:
זאגט זשע קינדרלעך, געדענקט זשע טייערע
וואס איר לערנט דא:
זאגט זשע נאך א מאל און טאקע נוך א מאל
קמץ אלף-א
לערנט קינדער מיט גרויס חשק
אזוי זאג איך אייך אן
ווער ס וועט גיכער פון אייך קענען עברי
דער באקומנט א פאן
רעפרען:
זאגט זשע, קינדערלעך
לערנט, קינדער, האט ניט מורא,
יעדער אנהייב איז שווער
גליקלעך איז דער , וואס האט געלערנט תורה
צי דארף דער מענטש נאך מער?
רעפרען
זאגט זשע, קינדערלעך...
איר וועט קינדער, עלטער ווערן
וועט איר אליין פארשטיין
וויפל אין די אותיות ליגן טרערן
און ווי פיל געווין
רעפרען
זאגט זשע, קינדערלעך
אז איר וועט, קינדער, דעם גלות שלעפן
אויסגעמוטשעט זיין
זאלט איר פון די אותיות כח שעפן
קוקט אין זיי אריין
רעפרען:
זאגט זשע, קינדערלעך
אויפן פריפעטשיק ברענט א פייערל
און אין שטיב איז הייס
און דער רבי לערנט קליינע קינדערלעך
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה