תרגיל
חברו משפטים
אויסגעמוטשעט מותש פערטל רבע
זיכערהייט ביטחון דער ערשטער הראשון
ארויסצוציען למשוך וואס איז געשן מה קרה
געענדערט שינוי ז'יצט לשבת
אויסגעקלובן לבחור שאדן נזק
כאראקטעריסטיש מאפיינים אקצידענט תאונה
ביטויים ביידיש
אויב די באבע געהאט רעדר, וואלט זי געווען א וואגן
תרגום - אם לסבתא היו גלגלים יכלה להיות עגלה
וייז א חזיר א פינגער וויל ער די גאנצע האנט
תרגום תראה לחזיר אצבע הוא ירצה את כל היד
א ייד האט אכט און צוונציק פראצענט פחד, צווי פראצענט צוקער און זיבעציק פראצענט חוצפה.
תרגום יהודי יש לו 28 אחוז פחד, 2 אחוז סוכר, 70 אחוז חוצפה.
נא לתרגם ביידיש את פירוש המשפט (בהשאלה)
קריך מיר נישט אויפן בוידעם און צעברעך מי נישט דעם לייטער
תרגום: אל תטפס לעליית הגג ואל תשבור לי את הסולם
בהשאלה: אל תעשה לי טובות ואל תגרום לי נזקים
אויפן וועג שטייט א בוים
אויפן וועג שטייט א בוים
שטייט ער איינגעבויגן
אלע פייגל פונעם בוים
זענען זיך צעפלויגן
דריי קיין מזרח, דריי קיין מערב
און די רעשט קיין דרום
און דעם בוים געלאזט אליין
הפקר פארן שטורעם...
זאג איך צו מיין מאמע: דער,
זאלסט מיר נאר נישט שטערן
וועל איך, מאמע, איינס און צוויי
באלד א פייגל ווערן
איך וועל זיצן אויפן בוים
און וועל אים פארוויגן
איבערן ווינטער מיט א טרייסט
מיט א שיינעם ניגון
יאם טארי טארי...
זאגט די מאמע: - ניטע קינד
און זי ווינט טרערן
- קענסט חלילה אויפן בוים
מיר פארפרוירן ווערן
זאג איך: - מאמע ס'יאיז א שאד
דיינע שיינע אויגן -
און איידער וואס, און איידער ווען
בין איך מיר א פויגל
ווינט די מאמע:- איציק קרוין,
נעם, אום גאטעס ווילן
נעם כאטש מיט א שאליקל
ואלסט זיך נישט פארקילן...
די קאלאשן נעם דיר מיט -
ס'גייט א שארפער ווינטר:
און די קוטשמע טו דיר אן
ווי איז מיר און ווינד מיר...
יאם טארי טארי...
און דאס ווינטער - לייבל נעם
טו עס אן, דו שוטה
אויב דו וולסט נישט זיין קיין גאסט
צווישן אלע טויטע
כ'הייב די פליגל - ס'איז מיר שווער
צו פיל, צו פיל זאכן
האט די מאמע אנגעטאן
דעם פייגעלע דעם שוואכן
קוק איך טרויעריק מיר אריין
אין דער מאמעס אויגן-
ס'האט איר ליבשאפט נישט געלאזט
ווערן מיר א פויגל...
אויפן וועג שטייט א בוים
שטייט ער איינגעבויגן
אלע פייגל פונעם בוים
זיינען זיך צעפלויגן
https://www.youtube.com/watch?v=peuCWdV8k8k
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה