מילים
שוסטער סנדלר סעקרעטאר מזכיר
שרייבער סופר טעכניקער טכנאי
א מאלער צייר א דאקטער רופא
אלמן אלמן רייכע מענטשן אנשים עשירים
חתן חתן געלערנטער מלומד
קינדער ילדים איך בין ניין יאר אלט אני בן 9
שול בית ספר שפאניש ספרדית
אמעריקע אמריקה קראקע קראקוב
פון וואנען זייט איר מאיפה אתה? שוואגער גיסי
טאטן אבא א דאנק תודה
ביטויים
א בלינדע האן כאפט אויך אמאל א קארן
תרגום -- גם תרנגול עוור, תופס לפעמים גרגר
בהשאלה-- נאמר על לא יוצלח, שהייתה לו הארה, תפס את בת הטוחן - אולי?
אז דער נאר איז מיינער מוז איך אים באשיינען.
תרגום--- כשהטיפשות הוא שלי, עלי ליפות אותו
בהשאלה----לפעמים אתה נאלץ לייפות דברים, מחוסר ברירה, לא להוציא את הבושה לציבור הרחב.
ווי עס זאל ניט זיין
תרגום -- איך שלא יהיה
ווייזן פון וואנעט די פיס וואקסן
תרגום --- להראות למישהו מאין צומחות הרגליים
בהשאלה---לימד אותו לקח
וויץ
די באלעבאסטע פרעגט די נייע דינסט:
איר קענט גוט קאכן?
זיכער, איך קען אויך קאכן אויף צוויי אופנים.
וואס הייסט?
ווען איר האט ביי זיך געסט קען איך קאכן ווי איר ווילט:
זיי זאלן וועלן קומען נאכאמאל אדער מער קיינמאל נישט.
תרגום
בעלת הבית שואלת את המשרתת החדשה
את יודעת לבשל טוב?
בטח, אני יכולה לבשל בשני אופנים.
מה זה אומר?
כאשר יש לך אורחים, אני יכולה איך שאת תרצי, הם ירצו לבוא שוב או שלא יבוא יותר.
ווו אהין זאל איך גיין
ווו אהין זאל איך גיין
ווער קען ענטפערן מיר?
ווו אהין זאל איך גיין
אז סיאז פארשלאסן יעדער טיר
ס'איז די וועלט גרויס גענוג
נאר פאר מיר איז ענג און קליין
ווי א בליק כ'מוז צוריק
ס'איז צעשטערט יעדר בריק
ווו אהין זאל איך גיין?
דארט אהין וועל איך גיין
אין מיין לאנד איז פריי
דארט אהין וועל איך גיין
ווי עס אלץ איז דארט ניי
א לאנד ווו יידישקייט בליט
לעבן ווערט דארט פריי דער ייד
ישראל איז אונדזער היים
דער ייד לעבט פריי אין זיין היים
דארט אהין וועל איך גיין
https://youtu.be/qWIsjN8P0Hg
מילים
שאפער -- נהג א זינגער --זמר
אפטייקער -- רוקח וווילע מענטשן ---אנשים טובים
קיין עין הרע ---בלי עין רע יינגער --צעירה
מיין קוזינע---בת דודי מיין פרוי ---אשתי
וואס הערט זיך? -- מה נשמע? צווי מאל ---פעמיים
אייערנעכטן ---שלשום דער זייגער שטייט --השעון עומד
צוויי נאך מיטאג --שניים אחרי הצהריים גיט מיר מער--תן לי יותר
דריי פערטל --שלושה רבעים וואס איז דאס --מה זה?
צורונג -- תכשיטים איך בין א שכן --אני שכן
צוליב וואס? --משום מה? ס'איז נישט כדאי--זה לא כדאי
אן אדוואקאט --עורך דין בוכהאלטער ---מנהל חשבונות
וויץ
ער פרעגט זיין באקאנטן:
וואס מאכט דיין ווייב? זי ליידט נאך אלץ פון די פיס?
ניין, איצנד האב איך צרות פון איר קאפ.
וואס איז מיט איר קאפ? נערוועזיטעט? מיגרענע?
ניין, זי וויל יעדע וואך א נייעם הוט
תרגום -- הוא שואל מכיר שלו:
מה עושה אשתך? היא עוד סובלת מהרגליים?
לא, עכשיו יש צרות מהראש
מה עם הראש? עצבנות? מיגרנה?
לא, היא רוצה כל שבוע כובע חדש.
ביטויים
פארלירן פון די אויגן
תרגום --לאבד מישהו מהעיניים
בהשאלה --- איבד את עקבותיו של מישהו
עס גייט א רויך
תרגום ---עולה באש
בהשאלה -- הכל דופק כמו שעון
לערנען א בער טאנצן, די באבע זינגען
תרגום---ללמד דב לרקוד ואת הסבתא לשיר
בהשאלה --ברכה לבטלה
געבן דעם וועג
תרגום --- לתת את הדרך
בהשאלה --הראה לו את הדלת
די אויגן קריכן אים ארויס (פון קאפ)
תרגום-- העיניים יוצאות לו מהראש
בהשאלה -- נבהל, כעס התקנא או חיכה בכיליון עיניים
די באבע האט חתונה געהאט
תרגום -- הסבתא התחתנה
בהשאלה --מעניין את הסבתא שלי
דער טאג שטייט ניט
תרגום --היום אינו עומד
בהשאלה --השעה דוחקת, הזמן קצר
רומייניע, רומייניע
אך, רומייניע, רומייניע, רומייניע
געווען א מאל א לאנד א זיסע, א שיינע
אך, רומייניע, רומייניע, רומייניע
געווען א מאל א לאנד א זיסע א פיינע
דארט צו ווינען איז א פערגעניגן
וואס דאס הארץ גלוסט דארט קענסטו קריגן
א מאמאליגעלע, א קארנאצעלע
און א גלייזעלע וויין, אהא
איי, אין רומייניע איז דאך גיט
פון קיין דאגות וויסט מען ניט
וויין טרינקט מען איבעראל
מ'פארבייסט מיט קאשטאוואל
היי דיגאדי דאם
אוי געוואלד איך ווער מעשיגע
איך ליב נאר ברינזע, מאמאליגע
איך טאנץ און פריי זיך ביז דער סטעליע
ווען איך עס א פאטלאזשעלע
דזינג מא, טיי יידלדי טאם
איי ס'איז א מחיה, בעסער קען ניט זיין
איי א פארגעניגן איז נאר ראמייניש וויין
די ראמיינער טרינקען וויין
און עסן מאמאליגע
ווער עס קישט זיין אייגן ווייב
אה, יענער איז מעשיגע
זעץ! דזינג מא טיי יידל די טאם
יקום פורקן מן שמיא
שטייט און קושט די קעכענע, חיה
אנגעטאן אין אלטע שקראבעס
מאכט א קוגל לכבוד שבת
זעץ! טיי טידידל די טאם
איז משה חיים אנגעקומען
דאס בעסטא חלק צוגענומען
משה חיים, ברוך שמואל
כאפט א קיצל אין דער שטיל
זעץ! דזינג מא, טיי יידל די טאם
און דאס מיידל נעבעך בלאזט זיך
און זי וויל ניט, נאר זי לאסט זיך
טשו
גוט צו קושן איז א מויד
ווען זי אלט זערכצן
ווען מען קישט אן אלטן מויד
הייבט זי אן צו קרעכצן
זעץ! טיי יידל די טאם
איי ס'איז א מחיה, בעסער קען ניט זיין
איי א פארגעניגן איז נאר ראמייניש וויין
https://www.youtube.com/watch?v=4OBhxan2K5s
מילים
א ריכטער - שופט פרומע - דתי
פארקנסט - מאורס עלטערן - הורים
שטאמט - מוצא (מקום) שוויגער - חמותי
טאכטער - בת גאט צו דאנקען - ברוך השם
זייט געזונט - תהיה בריא אין א וואך ארום - בעוד שבוע
א טאג - יום צו פיל - יותר מדי
צענטל - עשירית זעכציק -- שישים
קומט אהער -- בוא הנה אנקלינגען - להתקשר
רוקט זיך אפ - תתרחק איבערגעפאלן - תקפו
מיר זיינען מיד - אנחנו עייפים נאטירלעך - כמובן
וויץ
ביינאכט וועקט אויף א פרוי איר מאן:
שטיי אויף! איך האב דיר איבערצוגעבן זייער א שלעכטע בשורה, אבער ווייסט וואס, איך וועל שוין צוווארטן ביז פרי, ווייל אנדערש וועסטו א גאנצע נאכט נישט קאנען קיין אויג צומאכן.
תרגום
בלילה מהעירה אשה את בעלה:
תקום, יש לי בשורה רעה, אבל אתה יודע מה, אני אחכה עד הבוקר, אחרת לא תישן כל הלילה.
ביטויים
עס שיטן זיך פערל פין זיין מול
תרגום - פנינים יוצאים מפיו
בעסער רעדן מיט א יידענע און טראכטן וועגן גאט איידער רעדן מיט גאט אין טראכטן וועגן א יידענע
תרגום - יותר טוב לדבר עם אשה ולחשוב על אלוהים מאשר לדבר עם אלוהים ולחשוב על אשה.
דיין מזל גאט, וואס דו וווינסט אזוי הויך, אניט וואלט מען דיר די פענצטער אויסגעזעצט
תרגום - מזלך אלוהים שאתה גר גבוה, אחרת אנשים היו שוברים לך את החלון.
וועגן א ביסל בוימל מאכט מען אזא גרויסן יום טוב.
תרגום - בשביל מעט שמן עושים חג גדול
די עלטערן זיינען שוין ניט קיין יונגע מענטשן
תרגום - ההורים כבר אינם אנשים צעירים
א בהמה האט א לאנגע צונג אין קען קיין ברכה זאגן
תרגום - לבהמה יש לשון ארוכה שאינה יכולה לומר ברכה
ביטוי בהשאלה
ווער ס'מאנט זיך ירושה געלט, קען באצאלן קבורה געלט
תרגום -- מי שתובע דמי ירושה, עלול לשלם דמי קבורה
חמדנות יתר עשויה שלא להשתלם
יידל מיטן פידל
איבער פעלדער וועגן
אויף א וואגן היי
מיט זון און ווינט און רעגן
פארן קלעזמר צוויי
א חידוש אוי א חידוש
זאג ווער זענען זיי
יידל מיטן פידל
אריה מיטן באס
דאס לעבן איז א לידל
טא וואס זשע זיין און כעס
היי יידל פידל שמידל
היי דאס לעבן איז א שפאס
א ציג שטיט אויף דער לאנקע
און מעקעט טרויעריק מע
היי דו ציג די שוטה
טרויעריק זיין איז פע
שאקלט ער דאס בערדל
טאקע טאקע פע
יידל מיטן פידל
אריה מיטן באס
דאס לעבן איז א לידל
טא וואס זשע זיין אין כעס
היי יידל פידל שמידל
היי דאס לעבן איז א שפאס
א פויגל פליט גוט מארגן
גוט מארגן א גוט יאר
דער טרויער און די זארגן
צו אלדע שווארצע יאר
דעם ווינט א לאך אין פנים
און יידל יידל פאר
יידל מיטן פידל
אריה מיטן באס
דאס לעבן איז א לידל
טא וואס זשע זיין אין כעס
היי יידל פידל שמידל
היי דאס לעבן איז א שפאס
מילים
מאנטל מעיל מאן בעל
אונדז אותנו שבעגערין גיסה
ביי איר אצלה וואס מאכט איר? מה שלומך
א גוט וואך שבוע טוב וויפל כמה
פארלוזן לעזוב ס'איז כדאי זה כדאי
אייערנעכטן שלשום העברעיש עברית
א גרויסע דאנק תודה רבה פינף מיניט פאר צוויי 5 דקות ל 2
ברייט רוחב רעסטאראן מסעדה
דריטל שליש בלייבט שטיל אל תזוז
לעבן ליד מיד עייף
וויץ
שטעל זיך פאר -- דערציילט מיט צופרידנקייט איין פריינט דאס צוויטן ---אז צים ערשטן מאל האב איך געהאט דאס לעצטע ווארט אין א געשפרעך מיט מיין ווייב.
ווי אזוי איז דאס געשען?
זי האט געשריגן פארוואס כ'וויל איר נישט קויפן א פוטער מאנטל. האב איך אויסגשריגן "נו, קויף דיר א מאנטל" און ס'איז גלייך געווארן שטיל.
ביטויים
ס'איז אים געגאנגן א מישגעגער קארט -- הלך לו קלף משוגע
ער קאכט זיך אין אייגענעם זאפט - התבשל במיץ של עצמו
נישט יעדן טאג איז פורים - לא כל יום פורים
ביי פערד קוקט מען אויף די ציין, ביי א מענטשן אויפן שכל
תרגום-- לסוס מסתכלים בשיניים ולאדם בשכל
ער איז א שטיק פלייש מיט צווי אויגן
הוא חתיכת בשר עם שני זוג עיניים
די אייער ווילן זיין קליגער פון די הינער
הביצה חושבת שהיא יותר חכמה מהתרנגולת
קענען תורה איז ניט קיין שטער צו אן עבירה
לדעת תורה לא מונע לעשות עבירה
ביטוי בהשאלה
ווען דער מענטש טראכט גאט לאכט
תרגום --כשאדם חושב אלוהים צוחק
נאמר כשפרוייקט נכשל, או תלו בו תקוות רבות מדי, ובפועל הדברים יצאו הפוכים
ווו איז דאס געסעלע
ווו איז דאס געסעלע, ווו איז די שטיב
ווו איז דאס מיידעלע וואס איך האב לייב
אט, דא איז דאס געסעלע דא איז די שטיב
דא איז דאס מיידעלע וואס איך האב ליב
ווו איז דאס טייכעלע, ווו איז מיל
ווו איז דאס דערפעלע, ווו איז די שיל
אט, דא איז די טייכעלע , דא איז די מיל
דא איז דאס דערפעלע, דא איז די שיל
אריין אין דאס שטיבל מיין ווייטיק איז גרויס
אלץ איז געבליבן, א חולם פאר בלויז
נישטא מער דאס געסעלע, נישטא מער די שטיב
נישטא מער דאס מיידעלע וואס האב ליב
https://www.youtube.com/watch?v=mM5u2ChlT3s
מילים
ברידער אח פאר וואס? למה
ווי אזוי איך נישקשה לא רע
אבי געזונט העיקר הבריאות נישטא פאר וואס הלא דבר
איבער מארגן מחרתיים געפינט למצוא
פעלדער שדות שפאס כיך
איבערלאזן להשאיר נאך א מאל עוד פעם
וואס דרייט איר מיר א קאפ מה אתה מבלבל לי במוח
מיט א וואך צוריק לפני שבוע א פערטל צו צוויי רבע לשתיים
אכציק שמונים געפערלעך נורא
טוט מיר א טובה תעשה לי טובה עטלעכע טאג כמה ימים
וויץ
כ'האב געזען, אז דיין מאן טראגט א נייעם מאנטל, ס'איז נישט קיין נייער מאנטל, ס'איז א נייער מאן.
ביטויים
א פילען בויך בטן מלאה הצטברות של כעס
א לאך אין קאפ חור בראש
מיט פארמאכטע אויגן עיניים סגורות על בטוח
עס פעלט אים א שרייפל חסר לו בורג
אוועקווארפן מו די הינט לזרוק אותו לכלבים
ער קוקט מיט די אויגן, הערט מיט די אויערן, און פארשטייט ווי די וואנט
תרגום - מסתכל עם העיניים, שומע עם האוזניים, ומבין כמו קיר
דאס היטל איז גוט נאר דער קאפ צו קליין
תרגום--- הכובע הוא טוב אך הראש קטן מדי
וועגן א ביסל בוימל מאכט מען אזא גרויסע יום טוב?
תרגום--- בשביל קצת שמן עושים יום חג גדול?
ביטוי בהשאלה
אזוי ווי וועסט זיך בעטן, אזוי וועסטו שלאפן
תרגום ---- כפי שתציע את מיטתך כך תישן
בהשאלה --- תאכל את מב שתבשל
יידל מיטן פידל
איבער פעלדער וועגן
אויף א וואגן היי
מיט זון און ווינט און רעגן
פארן קלעזמר צוויי
א חידוש אוי א חידוש
זאג ווער זענען זיי
כער (פזמון)
יידל מיטן פידל
אריה מיט באס
דאס לעבן איז א לידל
טא וואס זשע זיין אין כעס
היי יידל פידל שמידל
היי דאס לעבן איז א שפאס
א ציג שטייט אויף דער לאנקע
און מעקעט טרויעריק מע
היי דו ציג דו שוטה
טרועריק זיין איז פע
שאקלט ער דאס בערדל
טאקע טאקע פע
כער (פזמון)
א פויגל פליט גוט מארגן
גוט מארגן א גוט יאר
דער טרויער און די זארגן
צו אלדע שווארצע יאר
דעם ווינט א לאך אין פנים
און יידל יידל פאר
כער (פזמון)
https://youtu.be/JxtPNEuPOwY
תרגיל
חברו משפטים
אנגענעם נחמד געפינט למצוא
זארג לדאוג ס'קען זיין בעסער יכול להיות יותר טוב
פארט געזונט סע לשלום קען מאל נישט אף פעם
א יאר שנה קיין מאל נישט אף פעם
היינט היום פערטל שעה רבע שעה
אין דער פריי בבוקר דאס איז ווייניק זה מעט
טוייזנט אלף צוויי הונדערט מאתיים
וואס איז די מעשה מה העניין? באלד מייד
אנקומען יגיעו איבערגעפאלן תקפו
פארבלאנדושעט - תעינו בדרך לעבן על יד
וויץ
אין א רעסטאראן רופט זיך אפ דער מאן צו זיין פרוי--
ווען נישט די 10 שקעל, וואט איך האב געפונען אין דער זופ, וואלט דאס גאנצע עסן נישט ווערט געווען אפילו א גראשן.
ביטויים
טו אן א חזיר א שטריימל, וועט ער ווערן ר'ב?
תרגום - מלבישים לחזיר שטריימל, האם זה יעשה אותו רב?
וייז א חזיר א פינגער וויל ער די גאנצע האנט
תרגום - תראה לחזיר אצבע הוא רוצה את כל היד
אז מען גיט דעם טייוול א האר וויל ער די גאנצע בארד
תרגום - נותנים לשטן שערה הוא רוצה את כל הזקן
אז גאט האט געטיילט דעם שכל ביסטו געשלאפן
תרגום: שאלוהים חילק את השכל אתה ישנת
ווו מען דערף האבן מוח העלפט ניט קיין כוח
תרגום - כאשר אתה זקוק למוח לא עוזר הכוח.
ביטוי בהשאלה
קריך מיר נישט אויפן בוידעם און צעברעך מיר נישט דעם לייטער
תרגום-- אל תטפס לעליית הגג ואל תשבור לי את הסולם
בהשאלה: אל תעשה לי טובות ואל תגרום לי נזקים
מיין שטעטעלע בעלז
אז איך טו מיר דערמאנען
מיינע קינדערשע יארן
פונקט ווי אין א חולם
זעט דאס מיר אויס
ווי זעט אויס דאס הייזעלע
וואס האט אמאל געגלאנצט
צי וואקסט נאך דאס ביימעלע
וואס איך האב פארפלאנצט?
רעפ: פזמון
אוי, אוי אוי בעלז, מיין שטעטעלע בעלז
מיין היימעלע ווו איך האב
מיינע קינדערשע יארן פארבראכט
בעלז, מיין שטעטעלע בעלז
אין ארעמען שטיבעלע
מיט אלע קינדערלעך דארט געלעכט
אוי, יעדן שבת פלעג איך לויפן
מיט אלע יינגעלעך צוגלייך
צו זיצן אונטער דעם גרינעם ביימעלע
ליינען ביי דעם טייך
אוי אוי אוי בלעז
מיין היימעלע ווו כ' האב געהאט
די שיינע חלומות א סך
דאס שטיבל איז אלט
באוואקסן מיט מאך
דאס שטיבל איז אלט
אין פענצטער קיין גלאז
דאס שטיבל איז אלט
צעבויגן די ווענט
איך וואלט שוין זיכער
דאס ווידער ניט דערקענט
https://www.youtube.com/watch?v=kbmI1JZw6e4
תרגיל
חברו משפטים
גוטע נאכט לילה טוב א וואך שבוע
איין פארצענט אחוז אחד העלפט מחצית
לויפט לרוץ ווארט לחכות
ביטע בבקשה פארט נוסע
דארטן שם פרוי אישה
פילט להרגיש רופט ארויס לקרוא ל....
פאליס פוליסת ביטוח דערביי נוכח
שפעטער מאוחר געפערליך נורא
זייער א סך הרבה מאד אומשטערבלעך בן אלמוות
גרינגער קל באקאנטער מכר
וויץ
האסט מיך ליב?
יא טייערע
וואלסט געשטארבן צוליב מיר?
ניין מיין ליבע איז אומשטערבלעך (אלמוות)
ברכות (קללות ביידיש)
דיין נשמה זאל אריינגען אין א קאץ, און א הונט זאל איר א ביס טאון
תרגום----שנשמתך תיכנס בחתול ושכלב ינשך אותך
הונדערט הייזער זאלסטו האבן, אין יעדער הויז הונדערט צימערן, אין יעדער צימער צוואנציק בעטן, און קדחת זאל דיך ווארפן פון איין בעט אין דער צוויטער.
תרגום---שיהיו לך מאה בתים, בכל בית מאה חדרים, בכל חדר עשרים מיטות ושהקדחת תזרוק אותך ממיטה אחת לשניה.
ווערן זאל פון דיר א בלינשטוק, און די קאץ זאל דיך כאפן
תרגום---שיעשו ממך לביבה והחתול יתפוס אותך
ביטויים בהשאלה
א ווארעם אין כריין, איז זיכער אז דאס איז צוקער זיס
תרגום--- תולעת בחזרת, בטוחה שאין מתוק מזה
בהשאלה--- משמש כביטוי לעג, למי שנעול על קונספציה מסוימת, או מצב מבלי לרצות או לנסות לשנותו.
ווי נעמט מען א ביסעלע מזל
ווי נעמט מען א ביסעלע מזל?
ווי נעמט מען א ביסעלע גליק?
דאס רעדעלע זאל זיך שוין דרייען
אין ברענגען מיין מזל צוריק:
די וועלט, זי איז דאך באשאפן
פאר אלע מענטשן גלייך
ווי נעמט מען א ביסעלע
כאטש אזא ביסעלע
ווי נעמט מען א ביסעלע גליק?
ווי נעמט מען א ביסעלע
כאטש אזא ביסעלע
ווי נעמט מען א ביסעלע גליק?
חברו משפטים
אומעטיקס עצוב וויינענדיקס דמעות
גראבער מחוספס סטרונע מחרוזת (נגינה)
איבעריקע אחר טרויעריק עצוב
די קומענדיקע וואך בשבוע הבא נעכטן אתמול
א האלבע שעה חצי שעה איך וועל קומען אני אבוא
וויפלעטר איז היינט מה התאריך היום שרייט צועק
איך אייל זיך אני ממהר ווייזט מיר תראה לי
פראבלעם בעיה א דאנק תודה
אונדז לנו ס'איז ניט גוד זה לא טוב
א באנק בנק העלפן לעזור
ווייל א באבע איז אזוי
שניאור וואסערמאן
די באבע קרעכצט, ווען קרעכצט זי נישט?
היינט - ווייל ס'טוט איר וויי דער קריזש.
נעכטן האט זי געקרעכצט פאר דאס,
ווייל כ'האב צעקלאפט די נאז,
צום מיינסטן קרעכצט זי איבער מיר
אוי, ווי האלט מען אויס פון דיר?
ס'איז נישט קיין קינד, נאר א שד!
און אין דער פרי - איך ליג אים בעט
קושט זי מיך, גלעט זי מיך.
און גיט א קרעכצל, אזוי, אין זיך...
קום איך פון דער שול צו גיין,
איז "מיר זאל זיין פאר דיין געביין
נאר וויל איך מיך צעזינגען הויך,
קרעכצט זי ווידער: "ער שפאלט דעם מוח..."
וויין איך, איז אוודאי - "אוי,
דער תכשיט מאכט מיך אלט און גרוי
קרעכצט די באבע ביי יעדער זאך:
פאר וואס איך וויין, פאר וואס איך לאך
פאר וואס איך טאנץ, פאר וואס איך לויף,
פאר וואס איך שטיי גאנץ פרי נישט אויף,
און גלאט א קרעכצל: "ווי" און "אוי"---
ווייל א באבע איז אזוי.
ביטויים
ער האט א קאץ אין קאפ
יש לו חתול בראש
ווען ער צוויי מאל אזוי קלוג, וואלט ער געווען א גולם
אם היה כפול בחכמה היה יכול להיות גולם
ביי נאכט זענען אלע קי שווארץ
בלילה כל הפרות שחורות
אז גאט וויל שטראפן אן אפיקורס גיט ער אים א פרום ווייב
שאלוהים רוצה להעניש אפיקורס נותן לו אשה דתיה
ער שווימט אין ים התלמוד
הוא שוחה בים של תלמוד
ביטויים בהשאלה
אלץ אין איינעם איז נישטוא ביי קיינעם
תרגום ---הכל יחד, אין לאף אחד
בהשאלה ---גם יפה, גם עשירה, גם בריאה, גם צעירה, והעיקר שתרצה אותי! מישהו מכיר?
א מיידעלע פון תל אביב
אויף דער גאנצער וועלט געווען
בין איך און אלץ פראבירט
מיידלעך אלערליי געזען
און ליבעס אויך געפירט
נאר די שענסטע האב איך אין
תל אביב געפינען
און אויב זי וועט נישט מיינע זיין
וועל איך אראפ פון זינען
רעפריין
כ'האב ליב א מיידעלע פון תל אביב
זי איז אריין צו מיר אין הארצן טיף
און אירע שיינע אייגן
צוויי שטראלן מען דערזעט
פונקט ווי א רעגנ-בויגן
ווען די זון פארגייט
כ'האב ליב א מיידעלע פון תל אביב
זי איז אריין צו מיר אין הארצן טיף
און זי וועט בלייבן אין זיכרון
שוין אויף אלע מיינע יארן
כ'האב ליב א מיידעלע פון תל אביב
כאטש די סאברעס זענען שיין
און שטעכיק ווי א שפיז
האבן זיי א ים מיט חן
און זענען צוקער זיס
כ'בין מוחל אייך די שיקסעס דארט
מיט זייער רייד צוזאמען
ווייל א סאברע איז דאך פארט
געראטן אין מיין מאמען
https://www.youtube.com/embed/LPTp4KEoyKs?rel=0
חברו משפטים
מיט א חודש צוריק לפני חודש ווי לאנג כמה זמן?
א פערטל צו אכט רבע לשמונה וואג משקל
דער וויפלטער איז היינט? מה התאריך טוץ תריסר
דער אכטער השמיני האטעל בית מלון
איך ווייס ניט אני לא יודע דאקטער דוקטור
פארגעסן שכח א שיל בית כנסת
פון וואנען זייט איר? מאיפה אתה ווער מי?
צו וואס לשם מה? אנטיקל בעל ערך
א נאר און א מעשה
ווען מען דערציילט א נאר א מעשה לאכט ער דריי מאל: דאס ערשטע מאל, ווען מען דערציילט אים די מעשה, דאס צוויטע מאל, ווען מען דערקלערט אים די מעשה, דאס דריטע מאל, ווען ער פארשטייט זי
כשמספרים סיפור לטיפש הוא צוחק 3 פעמים: פעם ראשונה, כשמספרים לו את הסיפור, פעם שנייה, כשמסבירים לו את הסיפור, פעם שלישית, כשהוא מבין אותו
ביטויים
איך דארף עס אזוי האבן ווי א לאך אין קאפ
תרגום---אני צריך את זה כמו חור בראש
די אייער ווילן זיין קליגער פון די הינער
תרגום---הביצה חכמה יותר מהתרנגולת
צוויי קלוגע קענען ניט שטימען
תרגום---שני אנשים חכמים לא יכולים להסכים
ביז זיבעציק יאר לערנט מען שכל, און מען שטארבט א נאר
תרגום---עד גיל שביעים לומדים, ומתים טיפשים
לאנג ווי דער יידישער גאלעס
תרגום---ארוך כאורך הגלות
ביטויים בהשאלה
אזוי ווי דו מוועסט זיך בעטן, אזוי וועסטו שלאפן
תרגום --כפי שתציע את מיטתך כך תישן
בהשאלה: אפשר לומר תאכל את מה שתבשל
שא שטיל
שא שטיל, מאך ניט קיין גערידער
דער רבי גייט שוין טאנצן ווידער
שא שטיל, מאך ניט קיין געוואלד
דער רבי גייט שוין טאנצן באלד
און אז דער רבי טאנצט
טענצן דאר די ווענט
לאמיר אלע פליאסקען מיט די הענט
און אז דער רבי טאנצט
טאנצאן דאר מיט דאר טיש
לאמיר אלע טופען מיט די פיס
שא שטיל מאך ניט קיין גערידער
דער רבי גייט שוין זינגען ווידער
שא שטיל, מאך ניט קיין געוואלד
דער רבי גייט שוין זינגען באלד
און אז דער רבי זינגט
דעם הייליקן ניגון
בלייבט דער שטן א טויטער ליגן
https://www.youtube.com/watch?v=Sca6dR9Lh_U
די קאלירן
ווייס לבן שווארץ שחור
רויט אדום ברוין חום
גרין ירוק גרוי אפור
הימלבלוי תכלת געל צהוב
וויאלט סגול בארדא בורדו
חברו משפטים
דער זייגער לויפט השעון ממהר א פערטל נאך פיר ארבע ורבע
געבוירן להיוולד וויפל איז די לענג מה האורך
צווי דריטל שני שלישים צווי טויזנט אלפיים
בארויקט זיך תירגע אדרעס כתובת
דירה דירה געלט כסף
שלעפעריק ישנוני אין צענטער שטאט מרכז
העיר
דער מוזיי המוזיאון זעצט זיך אוועק תשב
ווען מתי ס'קען ניט זיין לא יתכן
ברכות (קללות ביידיש)
ארויסשלעפן זאל מען דיר די קישקעס פון בויך און ארומוויקלען זיי איבערן האלדז
תרגום ---שיוציאו את מעיך מבטנך ויכרכו אותם סביב צווארך
גאט זאל העלפן ווי א טויטן באנקעס-
תרגום --- שאלוהים יעזור לך כמו כוסות רוח למת
געזונט און שטארק זאלסטו זיין ווי איזן, זאלסט זיך ניט קענען איינבייגן
תרגום---שתהיה בריא וחזק כמו ברזל, שלא תוכל להתכופף
אז מעקאן נישט אריין דורך די טיר, גייט מען דורכן פעענצטער
תרגום-- אם לא ניתן להיכנס דרך הדלת, מנסים להיכנס דרך החלון
בהשאלה---כנוי למי שמתעקש, לחדור למקום שם הוא אינו רצוי
ראזשינקעס מיט מאנדלען
אין דעם בית המקדש
אין א ווינקל חדר
זיצט די אלמנה בת ציון אליין
איר בן יחיד'ל יידעלע'ן
וויגט זי כסדר
און זינגט אים צום שלאפן א לידעלע שיין
איי, איי, איי.....
אונטער יידעלע'ס וויגעלע
שטייט א קלאר ווייס ציגעלע
דאס ציגעלע איז געפארן האנדלען
דאס וועט זיין דיין בארוף
ראזשינקעס מיט מאנדלען
שלאף זשע יידלע שלאף
אין דעם לידלל, מיין קינד
ליגט פיל נביאות
אז דו וועסט אמאל זיין צוזייט אויף דער וועלט
א סוחר וועסטו זיין
פון אלע תבואות
און וועסט אין דעם אויך פארדינען פיל געלט
איי, איי, איי,
אונטר יידעלע'ס וויגעלע
שטייט א קלאר ווייס ציגעלע
דאס ציגעלע איז געפארן האנדלען
דאס וועט זיין דיין בארוף
ראזשינקעס מיט מאנדלען
שלאף' זשע יידעלע שלאף
שלרף' זשע יידעלע שלאף
https://www.youtube.com/watch?v=5-X-dFI6tmw